מיר האַלטן אַז דער אוצר פֿון כּל־מיני פֿאַרשיידענע שפּראַכן וואָס אין דײַטשלאַנד, אייראָפּע און ווײַטער, באַרײַכערט אונדז אַלעמען. אַ מענטשנס מוח האָט אין זיך דעם װוּנדערלעכן כּוח צו רעדן און צו פֿאַרשטיין אַ סך לשונות, וואָס מיר קענען ניצן אין פֿאַרשיידענע מיני סיטואַציעס, לויט ווי עס פּאַסט. אַזוי אַרום דאַרף מען נישט דװקא אויסקלײַבן איין לשון — ייִדיש, דײַטש צי אַן אַנדער שפּראַך. אלא װאָס, מיר קענען זיך אַלע מאָל לערנען מערער! נישט מער, קלענערע לשונות, וואָס מע רעדט דערעיקרשט אין דער היים, אַז מע שמועסט וואָכעדיקע זאַכן צי גלאַט אַזוי, דאַרפֿן אַ ספּעציעלן אויפֿמערק און זאָרג כּדי זיי זאָלן זיך צעבליִען און אַנטװיקלען. אַז זײ זײַנען אַרומגערינגלט דורך אַנדערע לשונות און נישט זעלטן פֿאַרשאָטנט דורך שכנישע שפּראַכן בעלי־תּקיפֿים װאָס מע רעדט זײ אױף דער אַרבעט און בפֿרהסיא, בשעת מע שמועסט אין ענינים פֿון ציבור.
מיר האָפֿן און שטרעבן אַז אונדזער קאַמפּאַניע פֿאַרן אָנערקענען די ייִדישע שפּראַך וועט אויך גורם זײַן אַז מע זאָל מער אַכט לייגן אויף די רעגיאָנאַלע און מיעוט־שפּראַכן אין דײַטשלאַנד וואָס מע האָט שוין אָנערקענט — צפֿון־פֿריזיש, זאַטערפֿריזיש, נידערדײַטש, ראָמאַנעס, נידערסאָרביש, אויבערסאָרביש — און אַז מע זאָל האַלטן אין זינען די צוויישפּראַכיקע תּושבֿים אויף ביידע זײַטן דײַטשיש־דענישער גרענעץ וואָס זיי רעדן סײַ דעניש און סײַ דײַטש.
אַחוץ דעם שטיצן מיר אויך די לאַנגיאָריקע קאַמפּאַניע פֿאַרן אָנערקענען די יענישע שפּראַך און קולטור אין דײַטשלאַנד.
ווײַטער ווילן מיר מאַכן שותּפֿות און אַרבעטן אין איינעם מיט אַזעלכע וואָס רעדן אויך לשונות וואָס זײַנען נישט קיין נאַציאָנאַלע שפּראַכן — שפּראַכן אָן קיין מלוכה, גערעדטע דורך מיגראַנטן־גרופּעס, אַלטגעזעסענע שפּראַכן גערעדטע דורך אײַנגעבוירענע, שטום־לשונות (פֿון מיעוטים), שפּראַכן בלויז גערעדטע בעל־פּה, זעלטענער געניצטע שרײַבסיסטענען, אַנדערע ייִדישע שפּראַכן ווי אויך אַלע די יעניקע 7000 לשונות אויף דער וועלט, וואָס זייער המשך און עקזיסטענץ שטייט אין קאָן. די אַלע שפּראַכן דאַרפֿן מיר אונטערהאַלטן מערער כּדי זיי זאָלן קענען אויפֿבליִען.
מיר שאַצן אויך אָפּ די רײַכקייט פֿון פֿאַרשיידענע דײַטשישע דיאַלעקטן און סאָרטן שמועס־שפּראַך, וואָס ס׳איז אַ סכּנה אַז די פֿאַרשיידענע מינים זייערע זאָלן פֿאַרמינערט ווערן.
מיר האַלטן אַז ייִדיש דאַרף זיך פֿאַרמעסטן און ראַנגלען מיט די ענלעכע שוועריקייטן. טיילנדיק זיך מיט קענטשאַפֿט, סטראַטעגיעס און רעסורסן, וועלן מיר בשותּפֿות גרינגער לייזן אונדזערע פּראָבלעמען און בײַקומען די צרות.