אונדזער וויזיע

מיטן אָנערקענען ייִדיש אָפֿיציעל וועט מען פֿאַרלייגן דעם נייטיקן יסוד אַז ייִדיש־לשון זאָל זיך אין דײַטשלאַנד קענען ווײַטער אַנטוויקלען ווי אַ לעבעדיקע שפּראַך. מיר מאָלן זיך אויס אַז אויף להבא וועט די קולטור־טעטיקייט אויף ייִדיש זיך נישט נאָר ווענדן אין פֿרײַוויליקע כּוחות און קורץ־טערמיניקע פּראָיעקטן, נאָר אַז מע׳ט שאַפֿן אינסטיטוציעס וואָס וועלן אונטערהאַלטן ייִדיש קבֿיעותדיק און שטענדיק כּדי דאָס זאָל האָבן אַ השמך און זיך קענען ווײַטער אַנטוויקלען. אָט אַזאַ צוקונפֿט איז כּולל די ווײַטערדיקע פּרטים:

דערציִונג און לערנען

אַ לעבעדיקע שפּראַך דאַרף מען קענען דערלערנען אויף יעדן שטאַפּל פֿון לעבן. מע דאַרף, הײסט עס:

  • לערנען קינדער פֿון די פֿריסטע יאָרן אָן, אַ שטייגער אין צוויי־שפּראַכיקע קינדער־גערטנער, אַוווּ אַ גענוגיקע צאָל קינדער איז בנימצא
  • ייִדישע שפּראַכלעקציעס אין שולעס און דערצו געלעגנהייטן אויף צו לערנען זיך די שפּראַך מחוץ די אָבליגאַטאָרישע לימודים
  • אויסגעברייטערטע אוניווערסיטעטישע פּראָגראַמען און קבֿיעותדיקע קאַטעדרעס פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור
  • אויסשולן ייִדיש־לערער און דערציִער פֿאַר די קומענדיקע דורות
  • לערן־מאַטעריאַל פֿאַר אַ דײַטשיש־רעדנדיקן עולם ווי אַ שטייגער ווערטערביכער, לערנביכער און צוטריטלעכע וועגווײַזער וואָס ווײַזן אָן אויף די אונטערשיידן פֿון אײן שפּראַך ביז דער צװײטער
  • געלעגנהייטן אויף צו פֿאַרנעמען זיך מיט אַנדערע לימודים, צו לערנען זיך וועגן אַנדערע תּחומען און פֿאַכן — אויף ייִדיש
  • מעגלעכקייטן פֿאַר דערוואַקסענע צו דערלערנען ייִדיש אָדער זיך אומצוקערן צו מאַמע־לשון און פֿון ס׳נײַ זיך צו פֿאַרנעמען דערמיט — אָן קיין איבעריקע מניעות

קולטור

ייִדיש איז ניט נאָר אַ שפּראַך פֿון אַמאָל און פֿון ייִזכּור — נאָר פֿון הײַנטצײַטיקער שעפֿערישקײט. די אָנערקענונג קען:

  • פֿאַרזיכערן ייִדישע קולטור־אָרגאַניזאַציעס זאָלן כּסדר און פֿאַרלאָזלעך קריגן שטיצע מצד די מלוכישע א״אַ אינסטיטוציעס
  • אונטערמוטיקן צום שאַפֿן נײַע ליטעראַטור, טעאַטער, מוזיק, פֿילמען און װיזועלע קונסט אױף ייִדיש
  • העלפֿן אױפֿצוהיטן און צו פֿאַרשפּרײטן די ייִדיש־קולטור־ירושה
  • דערפֿירן דערצו אַז דײַטשישע מוזײען און אַרכיװן זאָלן דיגיטאַליזירן און איבערגעבן אינעם רשות־הרבים די קולטור־ירושה װאָס אין זײערע זאַמלונגען, כּדי דער ציבור זאָל קענען צוקומען דערצו װאָס גרינגער
  • מאַכן מעגלעך דאָס געבן שטיצע פֿאַר פֿעסטיװאַלן, אױסשטעלונגען און פֿאָרשטעלונגען װי אױך אונטערנעמונגען לטובֿת־הכּלל

דאָס פּובליקירן און די מעדיע

אַ לעבעדיקע שפּראַך דאַרף ביכער, געדרוקטע, און דיגיטאַלע מעדיע. הײַנט צו טאָג איז אין דײַטשלאַנד נישטאָ קײן אײגענע ייִדישע פּרעסע, נישט געקוקט דערױף װאָס אױסלענדישע ייִדישע אױסגאַבעס אַזעלכע װי דער פֿאָרװערטס, „אין געװעב” און „אױפֿן שװעל” שרײַבן װעגן װאָס עס טוט זיך דאָ־הי. דאָס אײגענע װאָס שײך פֿאַרלעגערײַ: אין דײַטשלאַנד האָט זיך אױסגעפּיקט אַ קרענצל נײַע ייִדישע שרײַבער, אָבער נישטאָ דאָ קײן פֿאַרלאַג װאָס גיט אַרױס ליטעראַטור אױף ייִדיש. מיר האַלטן אַז דער מצבֿ דאַרף זיך בײַטן.

מיר װילן שאַפֿן:

  • לכל־הפּחות אײן ייִדיש־פֿאַרלאַג און אײן פּעריאָדישע אױסגאַבע אױף ייִדיש אין דײַטשלאַנד, װי אַ שטײגער אין שװעדן און פּױלן װוּ מע האָט אָנערקענט ייִדיש פֿאַר אַ מיעוט־שפּראַך
  • מער ליטעראַרישע איבערזעצונגען צװישן ייִדיש און דײַטש
  • זשורנאַליזם אױף דער ייִדישער שפּראַך, למשל, אין אַ צײַטונג, ראַדיאָ־עמיסיעס אָדער אַ צײַטשריפֿט
  • דיגיטאַלע מעדיע, פּאָדקאַסטן און אַנדערע הײַנטצײַטיקע אופֿנים פֿון קאָמוניקאַציע

דאָס כּלל־לעבן

אַ שפּראַך בליט זיך פֿונאַנדער אַז מע האָט געלעגנהײטן אױף צו ניצן זי אין טאָג־טעגלעכן לעבן. די אָנערקענונג דאַרף העלפֿן שטאַרקן די געזעלשאַפֿטלעכע יסודות װאָס דערלאָזן אַז קיבוצים ייִדיש־רעדנדיקע זאָלן זיך צעװאַקסן און זיך פֿאַרבינדן אײנער מיטן צװײטן.

  • הילף פֿאַר ייִדיש־שפּראַכיקע כּלל־אָרגאַניזאַציעס 
  • שמועס־קרײַזן, קלובן און קולטור־אונטערנעמונגען
  • פּראָגראַמען און אונטערנעמונגען פֿאַר דער יוגנט און משפּחות אױף ייִדיש
  • אַ נעץ איבערן גאַנצן לאַנד װאָס בינדט צונױף מיט זיך ייִדיש־רעדנדיקע, לערנער און קולטור־טוער

פֿאָרשונג און װיסנשאַפֿט

אױף עטלעכע אוניװערסיטעטן אין דײַטשלאַנד פֿאָרשט מען שױן טאַקע װעגן ייִדיש, אָפֿט מאָל מיטן טראָפּ אױף דער געשיכטע פֿון ייִדן אין מיטל־עלטער, אױפֿן חורבן אָדער אױף אַנטיסעמיטיזם. אַחוץ דער אָ װיכטיקער אַרבעט באַדאַרף אַ לעבעדיקער ייִדיש־רעדנדיקער ציבור מער פֿאָרשונג לטובֿת דעם אױפֿלעבן די שפּראַך איצט און אױף להבא, לױט דער דוגמא פֿון אוניװערסיטעטישע פּאָסטנס פֿאַר די אַנדערע מינאָריטעטן־שפּראַכן װאָס אין דײַטשלאַנד.

  • סטיפּענדיעס און אױסטױש־פּראָגראַמען פֿאַר סטודענטן צו פֿאַרבעסערן זײער ייִדיש שפּראַך־קענטעניש
  • סאָציאָ־לינגװיסטישע פֿאָרשונג װעגן ייִדיש־לשון, צו פֿאַרגלײַכן דאָס מיט אַנדערע שפּראַכן װאָס מע האָט פֿאַררוקט ערגעץ אין אַ װינקל, װי אַ שטײגער ראָמאַנעס, מיטן ציל אױסצוגעפֿינען װעגן און מיטלען צו אױפֿלעבונג

פּרסום

ייִדיש דאַרף פֿאַרנעמען אַן אָנזעעװדיק אָרט אין קולטור־געזעלשאַפֿטלעכן לעבן פֿון דײַטשלאַנד. מיר װילן זען:

  • אַז ייִדיש זאָל זיך מער אָנזען אין די מוזײען און אָנדענק־ערטער
  • אַז מע זאָל בעסער געבן צו פֿאַרשטײן דעם ברײטן עולם, װאָסער מין ראָלע שפּראַך האָט געשפּילט אין דער געשיכטע פֿון די דײַטשישע ייִדן 
  • אַז מע שטעלט אונטער אַ פּלײצע און גיט תּמיכה לטובֿת אױפֿקלערונג און פּראָגראַמען פֿאַרן ברײטן עולם
  • אַז מע װײַזט די ייִדישע שפּראַך און באַניצט זיך מיט איר בפֿרהסיא, למשל דורכן אַװעקשטעלן ייִדיש־שפּראַכיקע שילדן אױף ערטער װאָס האָבן אַ שײַכות צו ייִדיש קולטור־לעבן און קולטור־ירושה
  • אַז מען אָנערקענט ייִדיש פֿאַר אַן עיקרדיקן טײל פֿון דער אַלגעמײנער קולטור־ירושה און דעם הײַנטיקן קולטור־פּײזאַזש אין דײַטשלאַנד
Contact
Email: info@jiddischjetzt.de
Made on
Tilda