פֿאַר װאָס דאַרף מען אָפֿיציעל אָנערקענען ייִדיש װי אײנע פֿון די מיעוט־שפּראַכן װאָס אין דײַטשלאַנד?
מיט אַן ערך אַ יאָר טויזנט צוריק האָבן ייִדן געהאַט צו טאָן מיט דער מיטל־הויך־דײַטשישער שפּראַך און, ווי אַ פּועל־יוצא, האָט זיך אויסגעשטאַלטיקט בײַם אָרטיקן ייִשובֿ אַן אייגענע שפּראַך. הונדערטער יאָר שכנות און אַ בשותּפֿותדיקער עבֿר האָבן ווידער און ווידער איבערגעלאָזט שפּורן אין ביידע שפּראַכן און קולטורן. זיי דרינגען דורך איינע די צווייטע און האָבן אַ שײַכות צו זיך ביזן הײַנטיקן טאָג. וויבאַלד אַשכּנזישע ייִדן האָבן איבערגעוואַנדערט אין מיזרח־אייראָפּע, האָט זיך געביטן די ייִדישע שפּראַך, נישט מער דער גערמאַנישער ווערטער־אוצר איז אַלץ געבליבן דער יסוד־היסודות פֿון ייִדיש־לשון.
2. ייִדיש איז זײַט זײַן אױפֿקום קײן מאָל נישט פֿאַרשװוּנדן געװאָרן אין דײַטשלאַנד.
נישט געקוקט דערױף וואָס די דײַטשיש־ייִדישע געשיכטע איז אַדורך תּקופֿות סײַ פֿון דערנענטערן זיך און סײַ פֿון רדיפֿות — אַזש ביזן חורבן — האָט מען אַלע מאָל גערעדט ייִדיש אין דײַטשלאַנד. די ייִדישע שפּראַך איז געווען — און געבליבן ביז הײַנט — אַ היים, אַ היימישע קולטור פֿאַר אַ סך היגע ייִדן.
3. די ייִדישע שפּראַך און קולטור לעבט אױך בײַם הײַנטיקן טאָג.
אויך הײַנט צו טאָג איז ייִדיש אַ לעבעדיקער חלק פֿונעם פֿיל־מיניקן קולטור־פּייזאַזש אין דײַטשלאַנד. ווען אין די 1980ער יאָרן האָט אויפֿגעלעבט דער אינטערעס צו כּלי־זמר־מוזיק בײַ אויטאָרן־זינגער, האָט מען זיך אויך גענומען צו ייִדיש־לשון. אין די 1990ער יאָרן זײַנען צוגעקומען ייִדן אַרײַנגעפֿאָרענע פֿון געוועזענע סאָוועט־רעפּובליקן און האָבן געבראַכט מיט זיך זייער ייִדיש. אויך הײַנט שפּילט ייִדיש ווײַטער אַ וויכטיקע ראָלע פֿאַרן ייִדישן ציבור. קינסטלער*ינס ציִען אַ יניקה פֿון דער ייִדישער קולטור, פֿאָרשער*ינס פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדיש, סײַ ייִדן און סײַ ניט־ייִדן פֿאַראינטערעסירן זיך מיט ייִדיש אויף מוזיק־פֿעסטיוואַלן, זומערקורסן און פֿאָלקס־אוניווערסיטעטן.
4. דאָס היסטאָרישע אַחריות מצד דײַטשלאַנד לגבי ייִדיש װי אַ שפּראַך.
פֿאַרן חורבן האָט גערעדט ייִדיש — דער רובֿ מנין ורובֿ בנין פֿון אײראָפּעיִשן ייִשובֿ: אַז מע שטיצט הײַנט צו טאָג ייִדיש־לשון, די שפּראַך פֿון דער שארית־הפּליטה און זײערע קינדער און אײניקלעך, מײנט דאָס נישט נאָר אױפֿצוהיטן אַ קולטור־ירושה, נאָר אױך צו מאַכן מעגלעך מע זאָל זיך פֿאַרנעמען מיט דער פֿיל־מיניקער ירושה אױף אַן אַקטיװן און לעבנס־באַיאָענדיקן אופֿן. נאָך מער, צו ביסלעך װעט מען אױף אַזאַ אופֿן פֿאַרפֿילן מיט לעבן דעם ברײטן און טיפֿן בלױז װאָס דער חורבן האָט איבערגעלאָזט.
5. פּירסום: די ייִדישע שפּראַך זאָל װערן באַװוּסטער.
אָפֿט מאָל װײַזט מען נישט אָן װי געהעריק, סאַראַ װיכטיק אָרט ייִדיש האָט פֿאַרנומען װי אַ טאָגטעגלעכע שפּראַך פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה. מע פֿאַרזעט דעם פֿאַקט אין מוזײען, אָנדענק־ערטער, צי אין אַנדערע מינים היסטאָרישע בילדונג. ייִדיש איז אָבער געװען און בלײַבט בײַ ייִדן אַ חלק קולטור װאָס מע טאָר ניט מװתּר זײַן אױף אים. דורך דער פּריזמע פֿון ייִדיש קען מען דערצו בעסער באַנעמען די געשיכטע פֿון ייִדן אין דײַטשלאַנד.
6. אײראָפּעיִשע אינסטיטוציעס און די װיסנשאַפֿט האָבן שױן אָנערקענט דאָס חשיבֿות פֿון ייִדיש.
אַכט מלוכות־מיטגלידער פֿון אײראָפּעיִשן ראַט האָבן שױן אָנערקענט ייִדיש װי אַ מיעוט־שפּראַך. דער אײראָפּעיִשער ראַט האָט אַחוץ דעם אַרױסגערוקט אַ רעקאָמענדאַציע אין 1996 אַז דײַטשלאַנד זאָל אױספֿילן אַ ספּעציעלע ראָלע בײַם אױפֿהיטן און שטיצן ייִדיש־לשון און קולטור. דאָס אָפֿיציעלע אָנערקענען ייִדיש פֿאַר אַ מיעוט־שפּראַך אין דײַטשלאַנד װאָלט אױסגעדריקט אַזאַ מין אַחריות.
7. דאָס אָנערקענען ייִדיש צוליב דער התחײַבֿות לגבי שפּראַכיקער פֿיל־מיניקײט אין דײַטשלאַנד.
אין משך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 30 יאָר האָט דײַטשלאַנד פֿונאַנדערגעבױט אַ סטאַבילע נעץ פֿאַר זײַנע אָנערקענטע זיבן מיעוט־שפּראַכן. ווען מע שליסט אײַן ייִדיש אין דער נעץ, וואָלט דאָס אונטערגעשטראָכן די התחײַבֿות מצד דער דײַטשישער מלוכה לגבי די פֿאַרשיידענע מיני שפּראַכן און קולטורן וואָס אין דײַטשלאַנד.
8. די אָנערקענונג װעט שטאַרקן און באַרײַכערן די דײַטשישע ציװילע געזעלשאַפֿט אױף לאַנגע יאָרן.
מלוכישע שטיצע פֿאַר ייִדיש מיינט צו געבן אַ צושטײַער צו דער קולטורעלער פֿיל־מיניקייט אין דײַטשלאַנד, אונטערצוהאַלטן אַ וויכטיקן חלק פֿון דער בשותּפֿותדיקער אייראָפּעיִשער קולטוק־ירושה, אַחוץ דעם, צו פֿאַרשפּרייטן וויסן וואָס שייך דעם מגע־ומשׂא צווישן קולטורן און פֿאַרשטאַרקן דעם כּוח פֿון עמפּאַטיע און פֿאַרשטענדעניש אין דער וועלט.
9. דאָס אָנערקענען װעט פֿאַרגרינגערן דאָס צוקומען צום שפּראַך־לימוד.
די געלעגנהייטן אױף זיך צו לערנען ייִדיש און עס צו ניצן ווי אַ לעבעדיק לשון, דאַרף מען אין דײַטשלאַנד אויסקוקן מיט ליכט. ס׳איז דאָ אַ דוחק אין סבֿיבֿות, וואָס אין זיי קען מען זיך באַניצן מיט דער ייִדישער שפּראַך אויף אַ לעבעדיקן און גלאַט וואָכעדיקן אופֿן. דערצו איז נישטאָ קיין כּוללדיק דײַטשיש־ייִדיש ווערטערבוך און פֿאַראַן צו ווייניק ייִדיש־לערן־מאַטעריאַל אויף דײַטש. די פֿאַראַנענע קורסן זײַנען נישט גענוג צוגעפּאַסט צו אַ דײַטש־רעדנדיקן עולם, וואָרן מע שטעלט זיך נישט גענוג אָפּ אויף די שײַכותן צווישן דײַטש און ייִדיש. אָפֿט לערנט מען די שפּראַך דורך אַ דריטער שפּראַך אַזאַ ווי ענגליש אָדער פֿראַנצייזיש. דאָס איז אַ חסרון בפֿרט פֿאַר קינדער, יונגוואַרג און זקנים. אויך אין דײַטשלאַנד דאַרף מען זיך קענען לערנען ייִדיש. דאָס איז חל אויך און באַזונדערס אויפֿן שפּראַך־לימוד אין ייִנגערן עלטער, אַ שטייגער אין קינדער־גאָרטן און שולע.
10. ייִדיש פֿאַרדינט אַ בליִענדיקע צוקונפֿט, ס׳איז נישט נאָר אַ היסטאָרישע קולטור־ירושה.
אין דײַטשלאַנד איז פֿאַראַן אַ בליִענדיקע און וואַקסנדיקע קולטור־סבֿיבֿה וווּ מע ניצט ייִדיש־לשון פֿאַר ליטעראַטור, קונסט, מוזיק, פֿילם און טעאַטער, און מע דריקט זיך אױס מיט דער שפּראַך. דורך דעם האָט דאָס לשון אַ המשך, און עס אַנדערשט זיך איבער בשעת־מעשׂה. אױף אַזאַ אופֿן בלײַבט אַ נישט־מאַטעריעלע ירושה פֿאַר די קומענדיקע דורות זײ זאָלן קענען צוקומען צו איר.
אַזעלכע קולטור־איניציאַטיװן פֿונעם פֿאָלק לאָזט מען אָפֿט מאָל איבער אױף גאָטס באַראָט. צו קײן מלוכישע געלטער זײַנען זײ נישט זוכה, און דװקא נישט צו קײן געלטער פֿאַר „אָנדענק־קולטור” אָדער אױף צו שטיצן דעם ייִדישן ציבור.
דאָס אױפֿהיטן די ייִדיש־קולטור־ירושה פֿאַרדינט אָבער אָנערקענונג און שטיצע מצד דער דײַטשישער מלוכה — נישט נאָר צוליב היסטאָרישן אַחריות אָדער כּדי צו פֿאַרזיכערן דעם המשך פֿון פֿירונגען און מנהגים, נאָר אױך לטובֿת דער בשותּפֿותדיקער דײַטשישער און אײראָפּעיִשער קולטור־ירושה. אַזאַ מין אַחריות װעט פֿאַרװאַנדלען דערמאָנונג און אָנדענק אין אַ ליכטיקער צוקונפֿט.