ייִדיש איצט איז אַ קאַמפּאַניע פֿאַרן אָנערקענען ייִדיש װי אַ מינאָריטעט־שפּראַך אין דײַטשלאַנד.
ייִדיש איז געבוירן געװאָרן אױפֿן שטח פֿון הײַנטיקן דײַטשלאַנד מיט העכער 1000 יאָר צוריק. זינט דעמאָלט רעדט מען װײַטער ייִדיש אָט־אָ דאָ, הגם די שפּראַך האָט זיך פֿאַרשפּרײט אין מיזרח־אײראָפּע און איבער דער גאָרער װעלט.
אַ 5 מיליאָן ייִדיש־רעדנדיקע מענטשן זענען געהרגעט געװאָרן אינעם חורבן. פֿון דעסטװעגן האָט די שארית־הפּליטה אין גיכן אומגעקערט ייִדיש קײן דײַטשלאַנד: דורך שולעס, פּרעסע, טעאַטער, ראַדיאָ און נאָך — אַלץ אויף ייִדיש. נאָר קײן לאַנגע יאָרן האָט ער, צום באַדויערן, נישט געהאַט, אָט דער ייִדיש־ציבור. הײַנט צו טאָג אָבער האַלט די היגע ייִדיש־רעדנדיקע קהילה אין וואַקסן און אַנטוויקלען זיך און מען איז ממשיך די פֿריִערדיקע באַמיִונגען מיט גרױס חשק כּדי אונדזער קולטור זאָל נישט נאָר לעבן בלײַבן, נאָר טאַקע בליִען.
ייִדיש איז אַ לעבעדיקע שפּראַך װאָס עס האַלטן זי אונטער קינסטלער*ינס, פֿאָרשער*ינס, קולטור־טוער*ינס סײַ װעלטלעכע און סײַ רעליגיעזע. ייִדיש האָט אַ װערט פֿאַר זיך, לשם ייִדיש־לשון אַלײן. אונדזער שפּראַך פֿאַרמאָגט אַ רײַכע אוממאַטעריעלע קולטור־ירושה, אַ שטײגער, ליטעראַטור, מוזיק און קונסט, װאָס מענטשן פֿון װאָסער ניט איז אָפשטאַם קענען נהנה זײַן דערפֿון.
אַכט מדינות האָבן אָנערקענט ייִדיש װי אַן אַלט־געזעסן מיעוט־לשון — לויט דער אײראָפּעיִשער כאַרטע פֿאַר רעגיאָנאַלע שפּראַכן און שפּראַכן פֿון מינדערהייטן . אין 1996 האָט דער אײראָפּעישער ראָט גערופֿן די דײַטש־שפּראַכיקע מלוכות זײ זאָלן שפּילן אַ ספּעציעלע ראָלע בײַם פֿאַרהיטן און אויפֿלעבן די ייִדישע שפּראַך און קולטור. מיר האַלטן אַז ס׳איז שױן די העכסטע צײַט דײַטשלאַנד זאָל אָנערקענען ייִדיש װי אַ מינאָריטעט־שפּראַך און דעם געבן אַ כּסדרדיקע און ממשותדיקע שטיצע, אַן אָנשפּאַר — בײַ גלײַך מיט די אַנדערע זיבן אָנערקענטע מינאָריטעט־שפּראַכן אין לאַנד. װאָס אַן אמת, פֿאַראַן רעליגיעזע, אַקאַדעמישע, קינסטלערישע און קולטורעלע אונטערנעמונגען לטובֿת ייִדיש. נאָר אײנע אַלײן זענען זײ נישט בכּוח אונטערצוהאַלטן ייִדיש־לשון און קולטור. אָן קיין מלוכישער אָנערקענונג װענדט זיך דער השמך פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור אינעם מסירת־נפֿש פֿון יחידים און אַ מין װאַקלדיקער שטיצע. דאָס איז נישט גענוג.
מיר האָפֿן אַז דײַטשלאַנד — דאָס געבוירן־אָרט פֿון ייִדיש — װעט געבן די נײטיקע שטיצע און אָנהאַלט און אַזױ אַרום העלפֿן בױען די צוקונפֿט פֿון ייִדיש.
„ייִדיש איצט” איז איבערגעצײַגט אַז ס׳איז איצט די צײַט — פֿאַרן אָנערקענען און שטיצן ייִדיש.